Chava Alberstein

A Tale of Woe About a Jewish King

אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה
און די מעשׂה איז גאָר ניט פֿריילעך
די מעשׂה הייבט זיך אָנעט
מיט אַ ייִדישן מלך

ליולינקע, מײַן פֿייגעלע
ליולינקע, מײַן קינד
כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע
וויי איז מיר און ווינד

אַ מאָל איז געווען אַ מלך
דער מלך האָט געהאַט אַ מלכּה
די מלכּה האָט געהאַט אַ ווײַנגאָרטן
אין ווײַנגאָרטן איז געווען אַ ביימעלע

דאָס ביימעלע האָט געהאַט אַ צווײַגעלע
אויפֿן צווײַגעלע איז געווען אַ נעסטעלע
אין נעסטעלע האָט געלעבט אַ פֿייגעלע
דאָס פֿייגעלע האָט געהאַט אַ פֿליגעלע

דער מלך איז אָפּגעשטאָרבן
די מלכּה איז געוואָרן פֿאַרדאָרבן
דאָס צווײַגעלע איז אָפּגעבראָכן
דאָס פֿייגעלע פֿון נעסט אַנטפֿלויגן
Stream naživo