Chava Alberstein

By the Fireplace

אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿייַערל
און אין שטוב איז הייס
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אַלף־בית

זעט זשע קינדערלעך געדענקט זשע טייַערע
וואָס איר לערנט דאָ
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ

לערנט קינדער מיט גרויס חשק
אַזוי זאָג איך אייַך אָן
ווער ס׳וועט גיכער פֿון אייַך קענען עבֿרי
דער באַקומט אַ פֿאָן

זעט זשע קינדערלעך געדענקט זשע טייַערע
וואָס איר לערנט דאָ
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ

אַז איר וועט קינדער עלטער ווערן
וועט איר אַליין פֿאַרשטיין
וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפֿל געוויין

זעט זשע קינדערלעך געדענקט זשע טייַערע
וואָס איר לערנט דאָ
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ

אַז איר וועט קינדער דעם גלות שלעפּן
אויסגעמוטשעט זייַן
זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן
קוקט אין זיי אַרייַן

זעט זשע קינדערלעך געדענקט זשע טייַערע
וואָס איר לערנט דאָ
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ

לערנט קינדער האָט ניט מורא
יעדער אָנהייב איז שווער
גליקלעך איז דער וואָס האָט געלערנט תּורה
צי דאַרף אַ מענטש נאָך מער

זעט זשע קינדערלעך געדענקט זשע טייַערע
וואָס איר לערנט דאָ
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ
Stream naživo