אונטער דײנע ווײסע שטערן
אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דײן ווײסע האנט.
מיינע ווערטער זענען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.
זע עס טונקלט זייער פֿינקל
אין מײן קעלערדיקן בליק.
און איך האב גארנישט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.
און איך האב גארנישט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.
און איך וויל דאך גאט מײן געטרייער
דיר פֿארטרויען מײן פֿארמעג.
ווײל עס מאנט אין מיר א פֿייער
און אין פֿייער מײנע טעג.
נאר אין קעלערן און לעכער
ווײנט די מערדערישע רו
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װוּ ביסטו װוּ¿
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װוּ ביסטו װוּ¿
נעמען יאגן מיך משונה
טרעפּ און הויפן מיט געװוי.
הענג איך א געפֿלאצט סטרונע
און איך זינג צו דיר אזוי׃
אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דיין ווייסע האנט.
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.
אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דײן ווײסע האנט.
מיינע ווערטער זענען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.
זע עס טונקלט זייער פֿינקל
אין מײן קעלערדיקן בליק.
און איך האב גארנישט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.
און איך האב גארנישט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.
און איך וויל דאך גאט מײן געטרייער
דיר פֿארטרויען מײן פֿארמעג.
ווײל עס מאנט אין מיר א פֿייער
און אין פֿייער מײנע טעג.
נאר אין קעלערן און לעכער
ווײנט די מערדערישע רו
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װוּ ביסטו װוּ¿
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װוּ ביסטו װוּ¿
נעמען יאגן מיך משונה
טרעפּ און הויפן מיט געװוי.
הענג איך א געפֿלאצט סטרונע
און איך זינג צו דיר אזוי׃
אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דיין ווייסע האנט.
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט.