Chava Alberstein

Avraiml der Marvicher (Avreml the Con Man)

אָן אַ הײם בין איך יונג געבליבן
ס׳האָט די נױט מיך אַרױסגעטריבן
װען איך האָב נאָר קײן דרײַצן יאָר געהאַט
אין דער פֿרעמד װײַט פֿון מאַמעס אױגן
האָט אין שמוץ מיך די גאַס דערצױגן
געװאָרן איז פֿון מיר אַ װױלער יאַט

איך בין אַבֿרמ׳לע דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער
דאָס ערשטע מאָל כ׳װעל׳ס געדענקען ביזן טױט
אַרײַן אין תּפֿיסה פֿאַר לאַקכענען אַ ברױט אױ אױ
כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן
כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן
כ׳בין זיך מחיה װען כ׳טאַפּ אַזאַ מאַגנאַט
איך בין אַבֿרמ׳לע גאָר אַ װױלער יאַט

אין דער פֿרעמד נישט געהאַט צום לעבן
געבעטן ברױט אַן אָרעמער פֿלעגט נאָך געבן
נאָר יענע לײַט װאָס זענען תּמיד זאַט
פֿלעגן אָפֿט טרײַבן מיך מיט צאָרן
ס׳װאַקסט אַ גנבֿ ס׳איז מקוים געװאָרן
אַ גנבֿ בין איך נאָר אַ װױלער יאַט

איך בין אַבֿרמ׳לע דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ גרױסער קינסטלער כ׳אַרבעט לײַכט און זיכער
אַ יאַט אַ קלײנער אַרײַן אין קוטשעמענט
אַרויס אַ מאַזיק אַ זעלטנער טאַלענט
כ׳פֿאָר נישט אױף מאַרקן װי יענע פּראָסטע יאַטן
כ׳צופּ נאָר בײַ קאַרגע שמוציקע מאַגנאַטן
כ׳האָב ליב אַ מענטשן אַ מילדן אַ נאַש־בראַט
איך בין אַבֿרמ׳לע גאָר אַ װױלער יאַט

שױן נישט לאַנג װעט דאָס שפּיל געדױערן
קראַנק פֿון קלעפּ, גיפֿט פֿון תּפֿיסה מױערן
נאָר אײן בקשה כ׳װאָלט אַזױ געװאָלט
נאָך מײַן טױט אין אַ טאָג אַ טריבן
זאָל אױף מײַן מצבֿה שטײן געשריבן
מיט אותיות גרױסע און פֿון גאָלד

דאָ ליגט אַבֿרמ׳לע דער פֿײקסטער מאַרװיכער
אַ מענטש אַ גרױסער געװען װאָלט פֿון אים זיכער
אַ מענטש אַ פֿײַנער מיט האַרץ מיט אַ געפֿיל
אַ מענטש אַ רײנער װי גאָט אַלײן נאָר װיל אױ אױ
װען איבער אים װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן
װען ס׳װאָלט די פֿינצטערע גאַס אים נישט דערצויגן
װען נאָך אַלס קינד ער אַ טאַטן װאָלט געהאַט
דאָ ליגט אַבֿרמ׳לע יענער װױלער יאַט
Stream naživo