Chava Alberstein

Rabbi Tam

לאָמיר זינגן דאָס שיינע ליד
הײַדל דידל דם
ווי די גאָלדענע פּאַווע פֿליט
איבערן שוואַרצן ים
און טראָגט אַ ליבעס-בריוועלע
אַ שיינעם ליבעס בריוועלע
פֿאַר דעם רבנו תּם

דײַ דײַ דײַ דײַ

ווער האָט געשריבן דאָס בריוועלע
הײַדל דידל דײַ
געשריבן האָט דאָס בריוועלע
די מלכּה פֿון טערקײַ
געשריבן עס מיט רויטר טינט
און פֿאַרחתמעט עס געשווינד
מיט הייסע טרערן דריי
דײַ דײַ דײַ דײַ
וואָס שטייט געשריבן אין בריוועלע
הײַדל דידל דו
רבנו תּם איך ליבע דיך
וואָס זשע שווײַגסטו נו
איך עסע ניש איך טרינקע ניש
איך ווער צעזעצט פֿון בענקעניש
איך האַבע נישט קיין רו

דײַ דײַ דײַ דײַ

וואָס זשע טוט רבנו תּם
הײַדל דידל דע
ער גלעט די פּאות און די באָרד
און מאַכט דרײַ מאָל פֿע
און דאָס ציגעלע אין שטאַל
און דאָס ווײַסע ציגעלע
העלפֿט אים אונטער מע
דײַ דײַ דײַ דײַ

נו און זי די רעביצין
הײַדל דידל דוי
זי קלאַפּט אים מיטן וואַלגערהאָלץ
און זאָגט צו אים אַזוי
שיקסעס ליגן דיר אין זין
נו און יאַך און יאַך וווּ בין
דײַן הייס געליבטע פֿרוי

דײַ דײַ דײַ דײַ

טרעפֿט ווער האָט דאָס ליד געמאַכט
הײַדל דידל דאַם
אַ שנײַדעריונג האָט עס געמאַכט
לכּבֿוד דעם רבנו תּם
און שבת צווישן טאָג און נאַכט
האָט אַ לץ אַרײַנגעלאַכט
אַקוראַט צום גראַם

דײַ דײַ דײַ דײַ