Chava Alberstein

Rabenu Tam (Rabbi Tam)

רבנו תּם

לאָמיר זינגען דאָס שיינע ליד
הייַדל, דידל, דאַם –
ווי די גאָלדענע פּאַווע פֿליט
איבערן שוואַרצן ים.
און טראָגט אַ ליבעס-בריוועלע,
אַ שיינע ליבעס-בריוועלע,
פֿאַר דעם רבינו תּם.
דײַ דײַ דײַ דײַ

ווער האָט געשריבן דאָס בריוועלע?
הייַדל, דידל, דייַ –
געשריבן האָט דאָס בריוועלע
די מלכּה פֿון טערקייַ.
געשריבן עס מיט רויטן טינט
און פֿאַרחתמעט עס געשווינד
מיט הייסע טרערן דרייַ.

וואָס שטייט געשריבן אין בריוועלע?
הייַדל, דידל, דאו –
"רבינו תּם איך ליבע דיך,
וואָס זשע שווייַגסטו, נו?
איך עסע ניש', איך טרינקע ניש'
איך ווער צעזעצט פֿון בענקעניש,
איך האָבע נישט קיין רו".
דײַ דײַ דײַ דײַ

וואָס זשע טוט רבינו תּם?
היַדל, דידל דע –
ער גלעט די פּאה און באָרד
און מאַכט דרייַ מאָל "פֿע".
און דאָס ציגעלע אין שטאַל,
און דאָס ווייַסע ציגעלע
העלפֿט אים אונטער "מע".
דײַ דײַ דײַ דײַ

נו, און זי, די רביצין?
הייַדל דידל, דוי –
זי קלאַפּט אים מיטן וואַלגערהאָלץ
און זאָגט צו אים אַזוי:
- שיקסעס ליגן דיר אין זין,
נו און יאַך און יאַך ווו בין?
דייַן הייס-געליבטע פֿרוי!
דײַ דײַ דײַ דײַ

טרעפֿט ווער ס'האָט דאָס ליד געמאַכט?
הייַדל דידל, דאַם –
אַ שנייַדעריונג האָט עס געמאַכט
לכּבֿוד דעם רבינו תּם.
און שבת צווישן טאָג און נאַכט
האָט אַלץ אַרייַנגעלאַכט
אַקורט צום גראַם.
דײַ דײַ דײַ דײַ